top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים של מעלה • טויזנטער בני ירושלים מיטגעהאלטן דרשת שבת הגדול פון מרן ראב''ד ירושלים שליט''א

זונטאג שבוע שחל בו פסח - י"א ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - די שטאט ירושלים האט דעם ליל שישי אויפגעלעבט און מיטגעהאלטן היסטאריע, ווען נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר איז פארגעקומען די צענטראלע שבת הגדול דרשה מפום ממלל רברבן, מרן פוסק הדור הגאון הגדול ראב"ד ירושלים שליט"א.


ווי באקאנט פלעגט דער ירושלימער רב הגה''ק בעל שערי טוביה זצ''ל אויפטרעטן יאר יערליך מיט די צענטראלע שבת הגדול דרשה אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אויף רחוב שמואל הנביא, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער אידן לשמוע את דבר ה', און הערן דעם דעת תורה הברורה איידער די געהויבענע ימי החג.


אין די לעצטערע יארן איז דער גאב"ד ליידער נישט געווען בכח איבערצוגעבן די דרשה, און אצינד נאכן הסתלקות פונעם רב, האט די דושינסקיא קהילה אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א איינגעלאדענט דעם ראש בית דין איבערצוגעבן די דרשת שבת הגדול.


צום באשטימטן צייט ליל שישי ערב שבת הגדול זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער אידן מבני ירושלים של מעלה, וואס האבן איבערגעפולט אלע היכלות אין ביהמ"ד הגדול דושינסקי, עס איז צוגעשטעלט געווארן נאך פלעצער אויך אין די פאליש, און הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען אויפגעשטעלט געווארן על יד כותלי בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.


ביים ערשטן שורה האט זיך אנגעזעהן אדמורי"ם ורבנים אין שפיץ פונעם בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די חברי ביד"ץ העדה החרדית, הגה"צ ר' חיים אורי פריינד, הגה"צ ר' יעקב מענדל יאראוויטש, הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער, הגה"צ ר' שמעון יצחק שלעזינגער, הגה"צ ר' משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן, הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש, און נאך פילע רבנים ודיינים ומורי צדק.


דער ראש בית דין האט אנגעהויבן די דרשה בכבוד האכסניא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און פארציילט אז באמת האט דער דאקטער נישט געלאזט ער זאל קומען אהער זאגן די דרשה צוליב זיין חולשה, אבער וויבאלד מ'ווייסט דאך אז עשה דרבים איז דוחה עשה דיחיד, איז די כבוד הציבור וויכטיגער ווי די מצוה פון ונשמרתם, און דעריבער האט ער זיך יא אנגעשטרענגט און אהערגעקומען.


א לענגערע צייט האט דער ראש בית דין ארומגערעדט דברי אגדה און דברי הלכה לקראת די יום טוב פסח, דברי מוסר והתעוררות אין פארשידענע ענינים, צניעות און טעכנעלאגיע, בשבח העסקנים וואס זענען עוסק עס זאל זיין מהדרין באסעס, די שבח פון די מצות בהכשר העדה החרדית, בשבח פון די נייע וועד יזמרו לשמך שע"י העדה החרדית צו שטיין על המשמר איבער די היינטיגע נגינה ביי שמחות, און נאך פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.


נאכן דרשה האט דער גאנצער ציבור ארויסבאגלייט דעם ראש בית דין ביזן קאר, זינגענדיג די ניגון אורך ימים אשביעהו, ואראהו בישועתי.















תגובות


bottom of page