דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג
בילדער קרעדיט: שוקי לרר בחדרי חרדים
קול בחצות - הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון האי צדיק ועניו כ"ק אדמו"ר מלובלין זצ"ל פון די אנגעזעהנע אדמו''רים אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, וועלכער איז היינט נפטר געווארן נאך עטליכע יאהר וואס די רבי איז ליידער נישט געוועהן בקו הבריאות ושברי לוחות מונחים בארון, ביז היינט נאכמיטאג ווען די רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.
אום 4:30 נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען להיכל בית מדרשו אויף רחוב אלישע אין בני ברק, ווי די רבי זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בהצנע לכת רבות בשנים, עס זענען נישט געוועהן קיין הספדים, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים און יהי רצון, און די קינדער האבן געזאגט קדיש, דערנאך האבן די אבלים און די ברודער הרה"צ ר' עזריאל מאיר אייגער מלובלין געריסן קריעה און געזאגט ברוך דיין האמת, אין הרה"ג ר' אברהם אליהו וואזנער אב"ד מחשבת הלוי מחשובי מתפללי בית המדרש האט געבעטן מחילה און נאמען פון אלע מתפללים חסידים און מעריצים ותושבי השכונה.
דאן האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר, דורך די גאסן פון האדמו"ר מגור אין רח' חזון איש ווי שווערע הונדערטער אידן האבן באגלייט די מיטה לענגאויס די גאנצע וועג ביז צום בית החיים אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובער נפטר.
בראש המלווים האט זיך אנגעזעהן די גרויסע שוואגער כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וועלעכע איז געקומען צו פארן פון ירושלים אנטייל נעמען ביי די לוי', די רבי שליט"א איז אנגעקומען מיטהאלטן די לוי' אין לובלינער בית מדרש, אין דערנאך באגלייט די מיטה א גאנצע וועג צופינס ביז נאך די סתימת הגולל אויפן פונוביז'ער בית החיים, ווי די רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייגר מלובלין זצ"ל.
אויך האבן זיך אנגעזעהן די שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, און האדמורי"ם ממודזיץ - סטריקוב - גארליץ - אנטניא - ספינקא רמת אהרן און אפאלע - הרה"צ רבי ישראל מנחם און הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בני כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א - הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א.
נאך די קבורה האט מען געזאגט פרק ט"ז שבתהילים מכתם לדוד, אין נאך וואס די אמשינוב'ער רבי שליט"א האט פארענדיגט האבן די קינדער געזאגט קדיש.
נאכן סתימת הגולל איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צום פרישן קבר פונעם שוואגער די לובלינער רבי זצ"ל ווי די רבי האט איז געשטאנען פאר עטליכע מינוט און געזאגט א תפילה חרישית.
Comments