top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי אלכסנדר אין אמעריקא גרייטן זיך בהכנה דרבה צום ביקור כבוד פון האד' מאלכסנדר אין ניו יארק

דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג

קרדיט שוקי לרר



קול בחצרות - חסידי אלכסנדר אין אמעריקע גרייטן זיך מיט התרגשות צו ענטפאנגען דעם אורח הכבוד דער מנהיג העדה ומורה דרכם, הוד כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וועלכער גרייט זיך ארויסצופארן אויף א געהויבענע באזוך קיין אמעריקע, לחזק עדת צאן מרעיתו, און משפיע זיין מהודו פאר כלל חסידי אלכסנדר בארצות הברית וקאנאדע.


תיכף נאך יום טוב פסח וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן על אם הדרך, מיטוואך פרשת תזריע טהרה איז דער רבי ערווארטעט צו לאנדן על אדמת ניו יארק, און תיכף צופארן קיין בארא פארק לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' יעקב צבי גוטמאן הי"ו.


דאנערשטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, אינאיינעם מיט די עריכת שולחן הטהור לכבוד ראש חודש, די מעמד וועט פארקומען אין זאל פון תלמוד תורה סאטמאר, וואו עס וועלן זיך צוזאמנעמען הונדערטער חסידים ומעריצים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי לקבל את פני הקודש, און מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש בצילא דמהימנותא.


שבת קודש פרשת תזריע טהרה שבת ראש חודש אייר, וועט דער רבי פראווענען א געהויבענע שבת התאחדות מיט כלל חסידי אלכסנדר, אינעם פראכטפולן ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעקטיקוט, און נאך שבת וועט דער רבי זיך צוריקקערן אהיים למעון קדשו אין בני ברק, איבערלאזנדיג פילע השפעות טובות פאר אלע חסידים ומעריצים.

コメント


bottom of page