פרייטאג פ' צו - ט' ניסן תשפ"ג
קרדיט: בצל הקודש סאטמאר
קול בחצרות - נעכטן ליל שישי איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין קרית איול א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א - דומ''ץ אין די קהילה צו דינען אלץ דיין ומו"ץ אינעם ביהמ"ד החדש נועם אלימלך ליזענסק דקהל יטב לב, אויף ליזענסק בלווד. וואס וועט בעז"ה תיכף נאך פסח עפענען די טויערן לתורה ולתפלה, פאר שבתים וימים טובים רונדע די יאר.
ביים מעמד זענען אנוועזנד געווען די ראשי הקהילה מיט די בני המשפחה פונעם דיין הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל זייענדיג בלי עין הרע די 17'טע ביהמ''ד דקהל יטב לב, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א ברכת קדשו.
Comments