top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בין הזמנים • האד' מפינסק קארלין אויף א תפילה ביים קבר שמואל הנביא מיט די בחורי החסידות

דינסטאג פ' צו - ו' ניסן תשפ"ג


קול בחצרות - דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג ראש חודש איז כ''ק האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א אנגעקומען אויף א מעמד התפילה ביים קבר שמואל הנביא אין ירושלים אין שפיץ פון די הונדערטער בחורי החסידות וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די ישיבת בית הזמנים פון די קהילה.


מען האט געדאווענט מנחה אויפן ארט אין דערנאך געזאגט פרקי תהילים מיט גרויס התעוררות אין מתפלל געוועהן פאר די הצלחה פונעם ישיבת בין הזמנים מען זאל קענען דערפון ארויסנעמען די מאקסימום התעלות אין כבוד שמים, דאן איז מען ארויס צום חצר ווי די רבי שליט''א האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים כהכנה דרבה צום יו''ט פסח באגלייט מיט דברי הדרכה לימי בין הזמנים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פטרון הישיבה הרב יענקל גראסמאן, עס האט נאכגעפאלגט מיט א רייכע סעודת מצוה אין מעמד פתיחת ישיבת בין הזמנים אין א דערלענדיגער זאל אין שפיץ פון די משפיעים אין ראשי החבורות.


































Comments


bottom of page