top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סימבאל פון אחדות • האחים האדמורי"ם מתולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, און ראש ישיבת תולדות אהרן



א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט היינט ביינאכט אין ארה"ק נאכ'ן סתימת הגולל על קברו פון הגה"צ אב"ד דברי אמונה מאנסי זצ"ל, ווען די ברודער האחים האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן און ר"י תולדות אהרן שליט"א האבן צוזאמען דורכגעוואקט די שורות, זייענדיג אנגעכאפט איינעם צום צווייטן מיט א געוואלדיגע אחדות. נאך די מסע הלויה וואס איז פארגעקומען אויף רחוב סאלנט ביים שטח פון תולדות אברהם יצחק האט מען אריבערגעפירט די מיטה פארנט פון ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין מאה שערים ווי דער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש און דערנאך האבן די ציבור האלפים באגלייט די מיטה צופיס ביז'ן הר הזתים. דורכאויס די באגלייטן זענען פארגעקומען מהומות און געשרייען דורך די פאליציי וועלכע האבן געזוכט צו שטערן די לויה. טראץ זיינע שוואכע כוחות, האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א באגלייט די מיטה צופיס דורכאויס די גאנצע וועג. עטליכע מאל האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט און זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל כאפענדיג פרישע כוחות אבער האט ווייטער ממשיך געווען וואקענדיג צופיס. הוי מתלמידיו של אהרן ורודף שלום.


נאכ'ן לויה זענען אלע ברודער געפארן אין איין אויטא ביז'ן שטוב פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. דארט אין שטוב האבן די ברודער געדאווענט מעריב אין איין מנין און שפעטער האבן זיי געגעסן די 'סעודת הבראה' און פארברענגט אינאיינעם מיט די בני משפחה איבער צוויי א האלב שעה. לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן וועלן די ברודער האדמורי"ם שליט"א ווייטער פארזעצן און זיצן שבעה אינאיינעם אויך אויף דארנעשטאג אין שטוב פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. אין די זעלבע צייט טוהן די הנהלה פון ביידע קהלות קדושות אפגעבן א באזונדערע דאנק פאר העסקן לשם שמים שלוחא דידן ושליח בד"ץ, העסקן הנמרץ הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויועוץ וועלכע האט געארבעט פיבערהאפטיג רונדער דעם זייגער בלב ובנפש קעגן די פינסטערע פראוון פון די ציוניסטישע פאליציי און זיכער געמאכט אז די מסע הלויה קומט פאהר על צד היותר טוב.





Comments


bottom of page