זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג
בילד קרדיט דוד כהן
א וויכטיגער זיצונג איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארגאנגענעם ערב שבת אין די פארמיטאג שעה'ן במעון הקודש פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אין ירושלים אין בעפארברייטונג צום יו''ט ל"ג בעומר הבעל"ט, ווי מען האט אויסגעשמועסט די פלענער צום גרויסן מעמד הדלקה רבתי בליל ל''ג בעומר, דער צענטראלע הדלקה דורך כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א על גג הציון הק' כחזקת אבותיו הקדושים.
ביים אסיפה זענען געוועהן אנוועזנד די חשובע עסקנים הרב מאיר פרוש, און יד ימינו הרב יוסי דייטש וועלכער איז געשטעלט געווארן אלס פראיעקטאר פונעם הילולא ל''ג בעומר אין מירון אויסצוארבעטן אלע פלענער על צד היותר טוב, אזוי אוך האבן אנטייל גענימען ביים אסיפה הרב בנימין הירשלער מנהל מוסדות באיאן אין נאך עטליכע טעטיגע עסקני קהילת באיאן.
די אסיפה האט געדויערט קרוב צו א שעה צייט ווי מען איז איבערגעגאנגען אלע טעכנישע אין לאגיסטישע דעטאלן ארום דעם הדלקה צו פארזיכערן די העכסטע מאס זיכערהייט עס זאל חלילה נישט צוקומען צו קיין שטופעניש און געדרענג, ווי עס האט שוין ליידער פאסירט בעבר.
Comments