top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: שמחת בית לעלוב - מאקאווא - טעמעשוואר

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בדיצה וחדווה און מיט געפילן פון התרוממות והתעלות האבן זיך חסידי לעלוב נעכטן מיטגעפרייט בשמחת רבם ומאורם ביי די חתונה הרוממה פון א חתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יואל זושא בידרמאן רב חסידי לעלוב איידעם פון הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטעמשוואר אלעד שליט''א.


צום באשטימטן צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אינעם גרויסן שאטער וועלכע איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, איידערן ארויסגיין צום חופה האט די רבי אנגעטוהן פארן חתן די קאפל פון הרה"ק רבי דויד'ל לעלובער זי"ע.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער מצד החתן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה הרה"צ ר' משולם זלמן לייפער מטעמשוואר, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס הרה"צ ר' יעקב יצחק בידרמאן אדמו"ר מלעלוב ירושלים, הרה"צ רבי אברהם אלימלך בידרמאן שליט"א מלעלוב, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, אין ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, נאכן חופה האט די רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די ציבור האט מיסב געווען צום סעודת החתונה, פאר די משפחה און געסט אינעם היכל בית מדרש הגדול, און די חסידים זקנים עם נערים אינעם גרויסן שאטער, אום 8 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען אינעם שאטער צום שמחת החתונה, און איז ענטפאנגען מיט ריקודים נלהבים לרגל השמחה הרוממה וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע, מען האט ממשיך געווען מיט מערערע ניגוני שמחה בשעת ווען די רבי האט מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות מיט א אויסערגעווענדליכע שמחה.


במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט די גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א, מיט וועם די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, אויך האט זיך באטייליגט דעם רבנס ברודער כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, און האדמורי"ם מדזיקוב וויזניץ - קאסוב וויזניץ - נחלת אהרן - לעלוב בראנוביץ - קארלין לעלוב, הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ר"י וויזניץ - הגה"צ רבי משה קאהן ר"י תולדות אהרן - הגאון ר' יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק, די פעטער'ס האחים האדמורי"ם לבית זוטשקא און נאך.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי מענדל גאלד אב"ד בית אשר לובלין וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די חתונה, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מזוטשקא און זוטשקא ירושלים, הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא, הגה"צ אב"ד מאקאווא נתניה, און ברכה אחריתא די פעטער משני הצדדים הגה"צ ר' חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא.


אום 10:30 האט מען צוגעטרויטן צו די מצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' הערשל גרין האט אויפגעריפן די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מטעמשוואר אלעד צום מצווה טאנץ, נאכן זינגען די ניגוני התעוררות האט די מחותן אפגעראכטן די ריקודין לפני בתו הכלה, דאן האט מען אויפגעריפן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א צום עבודת הריקודין, דערנאך זענען געטאנצן די פעטער'ס האדמורי"ם לבית זוטשקא - און די פעטער'ס הרבנים לבית מאקאווא אלעד און דערנאך די מחותנים, די זמנים משך די חתונה זענען געהאלטן געווארן גאר פונטקליך אין מ'האט פארענדיגט די חתונה אום 12:45 אויפדערנאכט.







































































Comments


bottom of page