זונטאג פ' תרומה ה'תשפ"ג
קול בחצרות - א ווייטערדיגע באריכט פונעם מסע הקודש פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א צום עיר האבות סיגעט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות הקדושות פון ארץ ישראל אין אייראפע
טראץ וואס די תלמידי הישיבות זענען אנגעקומען דאנערשטאג שפעט אויפדערנאכט אין סיגוט, האט זיך די סדר הלימוד אינעם ישיבה של מעלה אנגעהויבן פארטאגס אום 7:00 אזייגער, ווי דאס ביהמ''ד איז געווען געפאקט עד אפס מקום, דער ראש הישיבה דער סאטמאר רבי שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45 און ארומשפאצירט פאר נאענט צו א גאנצע שעה און זיך אפגעשטעלט ביי יעדן טיש עקסטער און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים מיט א גרויס קורת רוח
ס'איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי דער גרויסער מנהיג ישראל גייט ארום און שטעלט זיך א מינוט ביי א טיש פון מאנטשעסטער א מינוט ביי לאנדאן און ביי אנטווערפן, אינגע בחורים און עלטערע, ביי א טיש פון בני ברק און ביי ירושלים, יעדער האט געהאט א פתחון פה, דער רבי האט פארהערט די בחורים און זיך גע'טענה'ט און מפלפל געווען אין די לימודים
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ''ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור
אין נאכ'ן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און פארגעלערנט דעם ערשטן שיעור סוגיא, מיט א פלאם פייער אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן בשמחת התורה
נאכ'ן שיעור האט די רבי ממשיך געווען מיט א שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר די זכי' מרביץ תורה צו זיין פאר תלמידים אויף דעם פלאץ ווי זיינע הייליגע זיידעס האבן מרביץ תורה געווען, און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט בהרבצת התורה אויף דעם פלאץ און מסיים געווען בברכות קדשו
דערנאך איז סערווירט געווארען פאר די בחורים א ברייטן פרישטאג, און דערנאך זענען אלע בחורים אריין בקודש פנימה און אדורך כבני מרום און שלום גענומען, דער רבי האט יעדעם אויפגענומען און זיך נאכגעפרעגט, און אסאך בחורים האבן געפרעגט קשיות אין די סוגיא אויף וואס דער רבי האט יעדעם געענפטערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת
Comments