דאנערשטאג פ' תצוה - ט' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - מיט פלאטערדיגע הערצער האבן תושבי וויליאמסבורג אויפגענימען מיט פרייד און עקסטאז די שמחהדיג'ע נייעס אז עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די ברידער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואיתו עמו האדמורי"ם מסקולען פון מאנסי אין לעיקוואד וועלן דעם שבת קודש פרשת תצווה זיין צוגאסט איענם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג לרגל די שבת של שמחה די שבת שבע ברכות במעונו פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.
די פריידיגע נייעס רופט ארויס אינערליכע רגשי הלב ביי חסידי ואוהדי בית סקולען פון איבעראל, וועלכע וועלן האבן די זעלטענע זכיה מיטצוהאלטן דעם היסטארישער שבת, ווי עס וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן א סקולענער שבת במחיצת הקודש פון די ברודער האדמורי"ם לבית סקולען ווען עס וועט ווירקליך נתקיים ווערן דעם 'שבת אחים גם יחד', ווען די פיר סקולענער רבי'ס וועלן אינאיינעם אפרעכטן דעם שבת מיט א ברודערליכע אחדות, בדרך אבותיהם הקדושים מסקולען זי"ע וועלכע וועלן אודאי שעפן א קורת רוח משמי מעל, וראה בנים שלום על ישרא"ל.
די עסקנים זיצן אצינד אויסצוארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם היסטארישן שבת וועלכע איז ערווארטעט צונויפצוברענגען א מאסן שטראם פון אלפי ישראל תושבי וויליאמסבורג וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן דעם אייגענארטיגן שבת.
די תפילות און טישן וועלן געפראוועט ווערן אויף א גרויסער פארנעם אין די זאל פון עידן פעלעס אין שטאט, בחדוה רבה ועונג עילאה מנוחה ושמחה אור ליהודים, באַזונדער גרייט מען זיך צו אנטפאנגען די פילצאליגע געסט פון אומעטום, וועלכע וועלן קומען צופארן אויף שבת.
די הערצער פון חסידים ואנשי מעשה זענען געשפּאַנט מיט געפילן פון פרייד און דערוואַרטונג, מיט אַ תפלה צו השי"ת אַז דער געהויבענער שבת זאל טאקע דערווארימען די הערצער און איבערלאזן השפעות טובות ושפע רב לכל בית ישראל.
Comments