מאנטאג פ' צו - ה' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - נעכטן זינטיג איז פארגעקומען א באשיידענעם מעמד ''הנחת אבן הפינה'' פאר די נייע בנין פון די סאטמארע מיידל שולע אין מאנסי, עס איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, מיט די באטייליגונג פון פילע נגידים און פילאנטראפן וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאנסטאסטישע סומעס לטובת די קרן הבנין.
צום ערשט האט מען אינאיינעם געזאגט עטליכע פרקי תהילים, און די רב האט געגאסן די צעמענט און געלייגט דעם אבן הפינה, און דערנאך מכבד געווען די דייני הקהילה און די געטרייע ראשי הקהילה והמוסדות אזוי אויך די נדבני הבנין צווישן זיי הנגידים החשובים ר' חיים מרדכי אינזליכט, ר' מרדכי עלנבויגען, ר' בנימען ווייזער, ר' יואל קליין און נאך.
דערנאך האט די רב אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בשבחם פון די געטרייע עסקנים און נדבנים און ווארעם אנגעוונטשן אלע משתתפים ביים מעמד.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
Comments