top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קהל בית יוסף צבי צייכנט אפ צוואנציגסטעיארצייט פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים

דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי - כ"ג אדר תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן מיטוואָך כ"ב אדר איז געווארן אָפּגעצייכנט די צוואָנציגסטע יאָרצייט טאָג זינט דאָס יהדות החרדית האָט פאַרלוירן דעם מנהיג הדור ופארו מרן הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, וועלכער האָט באַלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה און מלחמות לה' בעמלק.


 די הילולא קדישא איז אפגעצייכנט געווארן מיט רגשי קודש פון כיסופין און געגועים דורך אלפי תלמידיו בראשות בנו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, שטייענדיג אינעם 'יובל העשרים' להסתלקותו לגנזי מרומים, ווען די חסידים האבן זיך אין די לעצטערע תקופה צוגעגרייט בהכנה דרבה ובסילודין לקראת האי יומא רבה.


ספעציעל איז היי יאר דערקענט געווארן די חידושים ביים ציון המצוינת אויפן בית החיים שערי צדק אשר שם מחלקת מחוקק ספון אדמור"י בית דושינסקיא מאריי דארעא קדישא.


לקראת די יארצייט איז איינגעפירט געווארן מערערע חידושים דורך די וועד ציון המצוינת ווי א גרויסע שאטער העכער די ציון הק' לרווחת פון די טויזנטער עולים לציון הק' בפרט צוליב די שווערע וועטער אין ארץ ישראל.


שוין דעם שבת קודש בעפאר די הילולא האט די רבי שליט"א אין לויף פון די עריכות השולחנות מאריך געווען במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און סיפורים ועובדות און זכרונות מימי קדם, בצפרא דשבתא האבן איבער 150 יונגע אינגעלייט פון די קהילה אין ירושלים געהאט די זכיה לסעוד על שולחן מלכים בצוותא חדא מיטן רבין שליט"א, ווי די רבי האט מאריך געווען איבער יסודות איתנים און וויכטיגע הדרכות בדרכו הסלולה, צווישן אנדערע האט די רבי מעורר געווען איבער שמירת הזמנים, הכנעה צו גדולי ישראל, איבער די הויכע פרייזן פון די שטריימלעך, דעת תורה, כשרות המאכלים צו עסן דווקא פון די כשרות פון די עדה החרדית, און די רבי האט מעורר געווען צו היטן די תקנות וואס די בעל ההילולא האט מתקן געווען ביים מייסד זיין די חבורות האברכים אין די קהילה, אויך האט די רבי ארויסגעברענגט לשבח די עסקנים העוסקים בצרכי ציבור באמונה ביי די מפעלי התורה והחסד בתוככי קהלא קדישא הדין.


לקראת יובל העשרים איז בפקות הקודש פונעם רבין פארגעקומען דינסטיג ערב ההילולא קדישא א ספעציעלע שיעור הדרכה 'בחכמה יבנה בית'  ביסודות הנהגת הבית בקדושה וטהרה במשנתו של בעל ההילולא פאר די צענדליגער אינגעלייט פון די קהילה וואס האבן חתונה געהאט דורכאויס די לעצטע יאהר.


דינסטיג נאכט בליל ההילולא קדישא האבן זיך צונויפגענימען חסידי דושינסקיא בכל מקומות מושבותיהם צו סעודות הילולא און התוועדות'ן אינאיינעם מיט די זקני וחשובי החסידים מעתיקי השמועה מעלה צו זיין זכרונות לידע צדיק מה פעל.


די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו מעריב אין בית מדרש הגדול און דערנאך פארגעלערנט משניות לעילוי נשמתו, צומארגנס נאך שחרית איז די רבי שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון הקדוש בראש מקהלות החסידים אינעם בית החיים נעבן דעם אור אַלטן "שערי צדק" שפּיטאָל אין ירושלים.


אין די פאַרנאַכט שעה'ן איז פארגעקומען די צענטראַלע סעודת ההילולא און סיום הש"ס, וואס איז געפראוועט געווארן ביים שולחן הטהור פון בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די רבי האט מסיים געווען ש"ס און געזאגט קדיש, ביי די דברות קודש האט די רבי מאריך געווען בדרכו ובמשנתו של בעל ההילולא, די רבי האט מעורר געווען אז שטייענדיג צוואנציג יאהר להסתלקותו איז שוין פארהאן א גרויסע טייל פון די חסידים וואס האבן נישט זוכה געווען צו לערנען און מקבל זיין פונעם רבין זצ"ל און זעהן את פני קדשו, און דאס פאדערט זיך פון די זקנים, 'זקניך ויאמרו לך' מנחיל צו זיין לדורות הבאים צדיק מה פעל, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די ברודער הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש און גיסו הגדול הגה"צ רבי יעקב יחזקי' סופר גאב"ד טאראנטא אויפצוטרעטן מיט ווערטער.

ביים טיש האבן זיך אנגעזען חברי הבית דין צדק העדה החרדית הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן, הגאון רבי יעקב מענדיל יאראוויטש , הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגר און הגאון רבי יודל פישער, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים, הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא מספינקא רב בניני זופניק און נאך.


נאכן טיש איז פארגעקומען בקודש פנימה ביים רבין שליט"א די מעמד סיום כתיבת האותיות אויף די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לע"נ הב' בנן של קדושים יוסף עמרם טאובער ע"ה מקדושי מירון איר אייניקל פונעם בעל ההילולא.






























































































תגובות


bottom of page