top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מירון • העפטיגע הכנות אנגעהויבן צום גרויסן הילולא ל"ג בעומר

זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג

קרעדיט JD Media


קול בחצרות - אין די פארבליבענע צייט ביז די גרויסער הילולא ל''ג בעומר אין מירון ארבעט די נייע פארוואלטונג אויף די הילולא אין מירון אין שפיץ פונעם "שר לעיניני מירון" ר' מאיר פרוש הי"ו איבערמידליך אהער צו שטעלן אלע טעכנישע אין לאגיסטישע דעטאלן אויפן בעסטן אופן. צווישן די טעמע'ס וועלכע ווערן אין די טעג אויסגעארבעט איז די דרך הכהנים וואס דינט אין איינוועגס פאר נאך א וועג צו אנקומען צום ציון אין איז געווען גאר קליין און שמאל וואס האט ממש צוגעברעגנט צו סכנת נפשות, צוליב דעם האט מען אנגעהויבן צו פארברייטערן פונדסניי די דרך הכהנים וואס וועט וועט פארברייטערט ווערן דריי מאל אזוי גרויס ווי ביז איצט, דער פראיעקט איז אונטערגענימען געווארן אונטער די אויפזיכט אין צוזאמענארבעט פון ארגון 'אתרא קדישא' וואס מאכן זיכער אז דער נייע גשר הכהנים זאל זיין אויסגעהאלטן לכל הדעות למהדרין מן המהדרין. די נייע וועג ווערט געבויט כיפין ע"ג כיפין. די ארבעט וועט אפקאסטן א געשאצטע צוואנציג מיליאן שקל.


אזוי אויך וועט באהאנדעלט די געדרענג וואס מען האט זיך יעדעס יאר געמוטשעט אין אפט נישט אריינגעלאזט די באסעס אין מירון נאר אנשטאט געהייסן ווארטן ביי פארקינגט לאטס אויף די וועגן, פארלענגערנדיג נאך מער דעם אזוי אויך לאנגן וועג, אן די מינימאלע צוגעהערן. לויט ווי די עסקנים געבן איבער וועט היי יאר דאס מער נישט זיין, און אנשטאט וועט אהער געשטעלט ווערן א ספעציעל דעזיגנירטע "רעסט עריע" אן אפרוה ארט אינמיטן וועג ביים צומת אליקים וואו די באסעס וועלן זיך אפשטעלן זיך אויפצופרישן אביסל, און אויפן ארט וועט זיין צוגעגרייט פאר די רייזנדע אלע נויטיגע צוגעהערן פון אכילה שתיה אין בתי כבוד.

bottom of page