top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

והיה מחניך קדוש • קהילות הקודש בירושלים וועלן ארויסגיין מוחה זיין קעגן טריפה'נע טעכנאָלאָגיע געשעפטן

זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג


קול בחצרות - דער וואך וועלן ווידער אמאל פילע קהילות קדושות ארויסקומען אויף די גאסן פון ירושלים מוחה זיין כדת של תורה אין מקיים זיין דער 'ובערת הרע מקרבך' קעגן אַ געשעפט פון אַ מחטיא הרבים אין הארץ פון די חרדי'שע גאולה געגענט אין ירושלים.


כאטש וואס דער גאולה און מאה שערים געגענט זענען שוין ב"ה אויסגערייניגט פון אומ'כשר'ע טעכנאָלאָגיע געשעפטן, ווען פון פילע צענדליגער טעכנעלאגיע געשעפטן, זענען געבליבן בלויז געציילטע יחידים מחטיאי הרבים וואס פרובירן מטמא צו זיין דעם פלטרין של מלך דורכ'ן פארקויפן טריפה'נע כלים מיט אפענע צוטריט צום אינטערנעט ה"י אין זענען נישט גרייט צו נעמען אויף זיך די השגחה כהוראת גדולי ומאורי ישראל, דעריבער האבן ערליכע יודן אונטערגענימען א מלחמת אש קודש און גייען ארויס מוחה זיין כדת של תורה אויף די שרעקליכע חילול שם שמים.


היינטיגן זינטיג פ' ויקרא וועלן הונדערטער חברי קהילה קדושה בית יוסף צבי דושינסקיא אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א ארויסגיין מוחה זיין במקום החילול על פי קריאת הבית דין צדק העדה החרדית, אין דעם קומענדיגן דינסטיג וועט קהילה קדושה פינסק קארלין אין שפיץ פונעם רבין שליט''א ארויסקומען מוחה זיין פארנט פונעם געשעפט אויף רחוב מלכי ישראל ביים ווינקל פון רחוב עמוס.




Comments


bottom of page