top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בפניא דמעלי שבתא • האד' מוויז'ניץ ביים ציון הרשב"י באתרא קדישא מירון

מוצש"ק פ' ויקהל פקודי - כ"ה אדר ה'תשפ"ג

בילדער קרעדיט: מלכות וויז'ניץ בטלגרם


קול בחצרות - א געהויבענע מעמד תפילה והתעוררות איז פארגעקומען דעם ערב שבת נאכמיטאג בפניא דמעלי שבתא, ביים ציון המצוינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ספעציעל געאייגענט פאר די נדיבים ותומכים הנכבדים בוני הבית פון בית מדרש הגדול דקהל צמח צדיק וויזניץ אין אלעד וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן לטובת די אויפבוי פונעם נייעם בנין אדיר ומפואר, און האבן געהאט די זכיה צו וויילן אויף שבת באתרא קדישא הדין במחיצת הקודש.


אום 1:45 איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם אינעוויניגסטען חלק ביים ציון הק' אין באגלייטונג פון די הונדערטער נדיבים ותומכים, איידער אמירת תהילים האט מען געזינגען די ניגון 'להוי אנא פקידא' מיט גרויס התעוררות, די משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער האט אויפגעטרויטן מיט ווארימע דיבורים, און מעורר געווען דעם ציבור איינצורייסן לישועות הכלל והפרט, און דאן האט מען געזינגען די ניגון 'ויהיו רחמיך מתגוללים על עם קדשיך - רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך', בשעת ווען עס האט געהערשט א געוואלדיגע התעוררות.


מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים, ווען דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד האט יורד געווען לפני התיבה, דערנאך האט די רבי שליט"א געהייסן זאגן קאפיטל ק"ז שבתהילים 'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו' אויפן נוסח המקובל פון ערב שבת ביי מנחה, און 'שיר המעלות ממעמקים' בנוסח ימים נוראים, נאך קדיש האט מען געזינגען די ניגון גוט שבת, און דערנאך זענען די נדיבים בעם אריבער ביים רבין שליט"א איבערגעבן קוויטלעך זיך מזכיר זיין להיפקד בדבר ישועה ורחמים, דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן יעדן איינעם פערזענדליך געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב, אין אויך פארטיילט א ספר 'תיקוני הזוהר' כאות הוקרה.


גאר א הייליגער מאמענט איז געווען ווען דער רבי שליט"א האט זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' פאר לענגערע מינוטין מיט גרויס בכיות אויסצובעטן ישועתן של ישראל בכלל ובפרט, אין אום 3:30 האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין מיט די ניגון 'וימלא משאלותינו במידה טובה ישועה ורחמים'.










bottom of page