top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעין עולם הבא • מרן האד' מוויז'ניץ פראוועט הערליכע שבת מיט נגידים אין מירון | ברייטע דעקונג

מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג

בילדער קרעדיט: דוד כהן


קול בחצרות - מיט התרגשות'דיגע געפילן האבן הונדערטער חסידי וויזניץ נדיבים ותומכים בוני הבית פונעם בנין בית מדרש הגדול צמח צדיק וויזניץ אין אלעד געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת מיטן רבי'ן, שבת החודש אין אתרא קדישא מירון מיט א העכערע אטמאספערע בצל כנפיו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


אין די לעצטערע וואכן האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין אינערליכע התרגשות צו דעם געהויבענעם שבת באתרא קדישא, זייענדיג דאס ערשטע מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמו''רות - נאך גאנצע זיבעצן יאהר וואס די רבי האט נישט געוויילט אויף שבת אין מירון.


די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין בית מדרש 'מאיר עיני ישראל' בנשיאות האדמו"ר רבי רפאל אבוחצרא שליט"א, ערב שבת קודש צו מנחה איז צוגעגאנגען דעם רבינס איידעם הרה"ג ר' מנחם מענדיל האגער, נאך מנחה האט הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד אויפגענימען די פילע געסט נדיבים בעם מיט דברי ברכה, און אויפגערופן הגה"צ ר' טובי' שטערן גאב"ד מירון פארצולערנען די שיעור הלכה ווי איינגעפירט אין וויז'ניץ. צו קבלת שבת האט יורד געווען לפני התיבה די ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר, פאר כגוונא האט מען געזינגען בר יוחאי, בשעת ווען עס האט זיך געגאסן טרערן פונעם רבינס אויגן, און תיכף נאך מעריב האט די רבי אנגעהויבן די זמירות פון שלום עליכם, קידוש געמאכט און זיך געוואשן צום סעודה, דערנאך איז דער גאנצע ציבור אריבער צום זאל צום סעודת שבת וואס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה כיד המלך ווי מען האט אינאיינעם פארברענגט בשירות ותשבחות בשבת אחים גם יחד, אין שפיץ פון די רבני הקהילה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד, און הגה"צ רבי מנחם מענדיל פקשר רב דקהל וויזניץ אין אלעד. די סעודות שבת איז אנגעפירט געווארן דורכו פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יהושע פינק דומ"ץ בעלזא אין בני ברק, דורכאויס די סעודה האט ער אויפגעפלאמט די פארזאמלטע מיט פאסיגע ווערטער און בליציגע רעיונות, באגלייט מיט דברי הדרכה על דרך חרוזין. אום 11 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צום טיש וועלכע האט זיך פארצויגן פאר גאנצע דריי שעה פון התרוממות הנפש, אויף א גאר א געהויבענעם פארנעם, דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל געזאגט תורה אין מאריך געוועהן בדברי חיזוק, און אויך דערציילט סיפורים ועובדות, מען האט געזינגען אב הרחמים לרגל די יארצייט די וואך פון הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זצ"ל, אויך האט מען געזינגען א נייע ניגון אויף די ווערטער 'רזא דשבת' וואס דער בעל מנגן הרה"ח ר' יעקב יהודה דסקל ראש המשוררים בחצה"ק האט פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם שבת.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' מנחם מענדיל פקשר רב בית מדרש צמח צדיק וויזניץ אין אלעד, נאכן בענטשן האט מען געזינגען קול רינה לרגל די שלום זכר פון א אור אייניקל ביים רבין. ביים פירות טיש האט מען געזינגען די סקולענער ניגון שבת היא מלזעוק לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען וואס איז אויסגעפאלן בעצם יום השבת, אויך ביי 'קה ריבון' האט די רבי שליט"א פארגעזינגען רברבין חזן וקהל לרגל די יארצייט פון הרה"ק די רש"ב פון ליבאוויטש, אזוי ווי דער ניגון יה ריבון וואס מען זינגט אין וויז'ניץ איז מיוחס קיין ליובאוויטש. שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית, צו שוכן עד איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער אב"ד וויזניץ אשדוד, און צו שמונה עשרה הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן.


ביים ליינען האט עולה געווען שישי הגה"צ ר' טובי' שטערן גאב"ד מירון, די רבי שליט"א האט עולה געווען מפטיר די קריאה פון פרשת החודש, און געבענטשט חודש, צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און די רבי שליט"א האט פארגעזאגט די פיוטים פון יוצרות זיצנדיגערהייט מיט השתפכות הנפש.


די מיטאג טיש האט די רבי אפגעראכטן מיט די בני המשפחה, ווען אינמיטן זענען אריינגעקומען א קבוצה פון די משתתפי בשבת, מען האט געזינגען עטליכע סקולענער ניגונים און די רבי האט מרחיב געווען ביבורו איבער די הייליגער סקולענער ניגונים וואס זענען מעורר כל לב ונפש. שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענע פארנעם, די רבי האט געבעטן זינגען די שטאטע בר יוחאי מיט גרויס דבקות, נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט תורה און א מייק דערציילנדיג זכרונות מימי קדם ווען זקינו דער אמרי חיים פלעגט קומען קיין מירון, און מרחיב געווען בגודל קדושת המקום. נאך די תורה האט הרה"ג רבי יהושע פינק אראפגעלייגט אין איבערגעחזרט די דברות קודש פונעם רבין דורכאויס שבת מיט חרוזין אין שיינע רעיונות, דערביי האט ער געבעטן פונעם רבין ער זאל משפיע זיין ישועות און רפואות לכלל ולפרט, און צוגענדיגט מיט א תפילה ובקשה לאריכות ימיו ושנותיו פונעם רבין בטוב ובנעימים. נאך הבדלה האט מען אריינגעגברענגט כלי זמר, מען האט געזינגען ויהיו רחמיך מתגוללים בזכות דעם הייליגן רבי שמעון, און לכבוד התנא בשעת ווען עס האט געהערשט א גרויסע התעוררות, דערנאך האט מען געזינגען בר יוחאי און נאך ניגוני מירון בעת ווען די רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים מיט אן אש קודש און הייבט דעם ציבור בריקודין עילאין, די רבי האט אויך געהייסן די משמש בקודש ר' יהושע פקשר צו טאנצן קאדאטשקע, די שמחה איז געווען עפעס אומבאשרייבלעך.

די געהויבענע שבת האט זיך געשלאסן, ווען דער גאנצער עולם איז אריבער ביים רבי'ן זיך געזעגענען להתברך ולהיוושע במילי דמיטב, און די רבי האט געוואונטשן דעם ציבור יעדן פערזענליך, באנפהא נהירין.


















































bottom of page