מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג
קול בחצרות - מיט גרויס פרייד קוקן זיך תושבי בארא פארק און חסידי באבוב צו צו די דראסטישע הרחבת גבולי הקדושה ווען אין די יעצטיגע טעג איז אין א מזל'דיגע שעה פארענדיגט געווארן די מלאכת הבניה ביי דעם מאיעסטעטישן בנין אדיר ומפואר דער בנין בית חינוך לבנות 'בנות ציון' ד'באבוב אין צענטער פון שטאט בארא פארק וואס איז אצינד פולקאם פארענדיגט גווארן מיטן פולסטן גלאנץ אלס הערליכע רחבות'דיגע קווארטיר פארן בית חינוך לבנות.
נעכטן זינטיג האט מען אנגעהויבן אראפנעמען די סקעפאלדס פונעם בנין ביים ווינקל פון 51 און 14 הארט נעבן די צוויי עקזעסטירענדע בנינים פונעם בית חינוך לבנות ווי ס האט זיך אנטפלעקט א הערליך בילד זעעהנדיג דעם בנין על תילה בנוי' מיט איר פולן פראכט, לשמחת לב חסידי באבוב וועלכע די לעצטע צוויי יאהר טאג טעגליך באגלייט די פארשריט ביים נייעם בנין בנות ציון וואס איז געבויעט געווארן מיט א בליץ שנעלקייט פון בלויז צוויי און א האלב יאר.
דער 7 שטאקיגע בנין אנהאלט אין זיך א פרעכטיגע חתונה זאל א ריזן אודיטרויום און איבער 50 לופטיגע קלאס-צימערן מיט אלע צוגעהערן און וועט בס''ד אריינגיין אין באנוץ דעם קומענדיגען חודש אייר, זייענדיג די פיפטע בנין פאר בנת ציון ד'באבוב און שטאט בארא פארק.
Comentarios