מאנטאג פ' ויקהל פקידי - כ' אדר ה'תשפ"ג
קרעדיט: ארכיון חצר הקודש ליזענסק
קול בחצרות - ברוך דיין האמת, מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הנגיד הגדול רודף צדקה וחסד ואיש המעשה ר' שמעון ווערנער ז"ל פון טאראנטא משרידי שארית הפליטה, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן אין ניינציג יאר, נאכן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט.
אין ארץ הקודש האט ר' שמעון אויפגעשטעלט דעם "ווערנער שטיבלך" אין המקוה המפואר "ווערנער'ס מקוה", ער איז כל ימיו געווען אדיק ומקושר מיט רבו כ"ק אדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זצ"ל - וואס מען שטייט נאך אינעם יאר זינט די הסתלקות, ר' שמעון איז געווען פון די גרעסטע תורמים אין בריך התיכן פונעם בארימטן ישיבה ישיבת נועם אלימלך ליזענסק אין מאנסי, אין קנדה איז ער געווען די בעל אכסניא פון רבו כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצ"ל אין פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א אין נאך פילע גדולי תורה וחסידות וואס האבן במשך די אלע יארן נהנה געווען פון ר' שמעון אין זיין ווארימע שטוב וואס איז געווען אפען פאר אלעמען, אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט מוסדות 'יסודי התורה' אין טאראנטא.
בחייו האט ער ל"ע פארלוירן זיין זוהן הרבני הנגיד החשוב רבי נתן ווערנער ז"ל וואס איז נפטר געווארן בדמי ימיו, רבי נתן ז"ל איז געווען אן איש אשכולות, אין ליגט היינט אין צפת סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבו האדמו"ר מליזענסק זצ"ל, ער האט פארטיילט גרויסע שווערע סכומים פאר צדקה מיט א ברייט אפען הארץ, זיין שטוב איז אלעמאל געווען אפען כמשמעו, סיי פאר אדמו"רים ורבנים מנהיגי הדור אין פאר סתם אידן צוגלייך, ווען מען האט נאר אנגעקומען קיין טאראנטא האט מען שוין גלייך געפינען א פלאץ ביי די ווערנער'ס אין שטוב.
ר' שמעון ז"ל איז געווען א זוהן פון ר' נתן ווערנער ז"ל, ער האט זוכה געווען צו אויפשטעלן א דור ישרים מבורך, און לאזט איבער נאך זיך אן הערליכע דור, זיין זוהן הנגיד החשוב רבי בנימין זאב ובנותיו לבית משפחת רייכמאן, ווייס אין פאללאק, נכדים ונינים ממשיכי דרכו, צאצאים ברוכים ההולכים בדרך ה' ולהקים מוסדות תורה כבירים.
די לוויה איז פארגעקומען היינט מאנטאג נאכמיטאג פון בית המדרש אגודת ישראל אין טאראנטא צום בית החיים שומרי אמוני ישראל ווי דארט וועט ער קומען לקבירה לצד רעייתו מרת שרה אסתר ע"ה.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
מיט רבו האדמו"ר מליזענסק זצוק"ל
Comments