מוצש"ק פ' כי תשא - י"ח אדר ה'תשפ"ג
קול בחצרות - א באשיידענע מעמד הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג, ווען עס איז געלייגט געווארן די גרונדשטיין פאר א שפאגל נייע בנין בית המדרש אין די יונגל קעמפ, מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי.
ווי באקאנט וויילט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג יאר יערליך אין לויף פון די זוממער וואכן אין די יונגל קעמפ שע"י מוסדות וויזניץ וויליאמסבורג, אבער כדי נישט צו שטערן די סדר היום פון די ילדי המחנה, טוט דער רבי אפרעכטן די תפילות און טישן אין א עקסטערע בית המדרש, וואס דינט בלויז פאר די תושבי המחנה.
די בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר מאקסימום, איבערהויפט נאך וואס דער רבי האט איבערגענומען דעם כתר האדמורו"ת און פילע אידן קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו דורכאויס די געהויבענע שבתים אין די זוממער וואכן כשהמלך בשדה, פילע חסידים קומען אהין פראווענען די שמחות, און עס איז פשוט נישטא קיין פלאץ צום דאווענען.
אין די לעצטע תקופה זענען די עסקני המוסדות אריינגעשפרינגען אין א פראיעקט אויפצובויען א שפאגל נייע בנין בית המדרש פארן רבי'ן, הנגיד החסיד ר' שמעון דושינסקי מגדולי תומכי המוסדות האט זיך צוערשט אנגערופן מיט א פאנטאסטישע סומע צו דעקן די קאסטן אויפצובויען דעם בנין, דערנאך האט הנגיד החסיד ר' אברהם חיים שאמועל זיך אונטערגענומען אויסצוצאלן אלע אנדערע אויסגאבן פון דעם פראיעקט. און אצינד האט מען טאקע אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפצובויען א הערליכע גרויסע בנין, א שיינע לופטיגע היכל בית המדרש פאר די תפילות און טישן, גענוג פלאץ פאר די מנינים און שיעורי תורה פאר אלע וויזניצע חסידים וואס וויילן אין געגנט דורכאויס די זוממער, און אזוי אויך א לופטיגע פלאץ פאר די כולל אינגעלייט צו קענען לערנען מיט הרחבת הדעת אויך אין די זוממער וואכן.
די מעמד הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג ביים שטח פון די נייע בית המדרש אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ, אין שפיץ פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א וועלכער איז געקומען צו פארן פון שטאט ארויף צו די קאנטרי באשיינען די מעמד, אנקומענדיג צום מעמד האט דער וויזניצער רבי פארגעזאגט פרקי תהלים כנהוג, און דערנאך געגאסן דעם אבן הפינה ווען די ציבור ארום זינגט ניגוני שמחה והודאה.
נאכן מעמד איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת מנחה אין ישיבת בנין אבות וויזניץ, וואס שטייט בנשיאות אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, וועלכע זענען איינקוואטירט אין בית המדרש פון די קעמפ, אויף א צייטווייליגע פארנעם. נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט א שמועס פאר די בחורים לקראת די געהויבענע יום טוב פורים.
Komentáře