top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מטשערנאביל אנגעקומען קיין ניו יארק

זונטאג פ' צו - ד' ניסן תשפ"ג


קול בחצרות - היינט צופרי איז כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק, אין די פארטאגס שעהן איז דער רבי אנגעקומען צום קענעדי לופטפעלד, וואו עס איז שוין אין עירפארט פארגעקומען אַ שיינער מעמד קבלת פנים, ווען עס האָבן אפגעווארט דעם רבי'ן אַ גרעסערע משלחת פון חסידים ואוהדים, וועלכע האָבן ענטפאנגען דעם רבין מיט גרויס שמחה, און האָבן גענומען שלום גענימען, באזונדער האט זיך דער רבי שליט''א באגריסט מיט אחיו כ''ק האדמו''ר מלויעב טשערנאביל שליט''א וועלכע איז ארויסגעקומען מקבל פנין זיין דעם רבין.


פונעם לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן קיין לעיקוואד ווי די רבי האט געדאוענט שחרית אין שטוב פון הנגיד ר' מתיתיהו דייטש, נאכן דאווענען זענען די חסידים אין תושבי המקום דורך שלום נעמען, נאכמיטאג איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די מוסדות הקדושים אין שטוב פון הנגיד ר' דניאל ראטענבערג אין לעיקוואד.


דורכאויס די קומענדיגער צוויי טעג וועט זיך די רבי אויפהאלטן אין לעיקוואד בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מיכאל ראטענבערג אין דאווענען די תפילות אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא.




Comments


bottom of page