זונטאג פ' כי תשא - י"ב אדר תשפ"ג | בחצרות הקודש
אן אייגענארטיגע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענע וואך אין שטוב פון כ"ק אדמו''ר משבט הלוי שליט"א וגאב''ד זכרון מאיר, אינאיינעם מיט פילצאליגע רבנים און דיינים אין מורי הוראה פון שטאט בני ברק, מיט די באטיילעגונג פון די גרעסטע פראפעסארן אין דאקטוירים פון די תל השומר שפיטאל, ווי עס זענען אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע נייע ערפונדונגען בעולם הרפואה וואס זענען נוגע הלכה למעשה ווי די גדולי הרבנים האבן אויסגעשמועסט די מציאות הדברים מיט די בארימטע פראפעסארן און דאקטוירים.
עס האבן אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי וואס דינט אויך אלס רב פון די זכרון מאיר געגענט, און הגאון ר' יעקב אייכלער מח"ס נתיבי הוראה פון די גרעסערע מומחים אין די וועלט פון רפואה בהלכה.
דערנאך איז פארגעקועמן א לענגערע זיצונג צווישן די רבנים און די דאקטוירים העכער צוויי שעה, ווי עס איז אויסגעקלארט געווארן מערערע יסודות און חידושים בעולם הרפואה, ביז מ'איז ארויסגעקומען מיט א קלארע פסק הלכה אויף יעדן נושא באזונדער לדעת את המעשה אשר יעשון.
Comentarios