top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי אלכנסדר וועלן שרייבן ספר תורה לזכותו פון האדמו''ר מאלכסנדר

דינסטאג פ' ויקהל פקודי - כ"א אדר תשפ"ג

בילד קרעדיט: שוקי לרר


קול בחצרות - מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי אלכסנדר צום מארגענדיגן טאג מיטוואך נאכט פרשת ויקהל פקודי ליל כ"ג אדר, ווען עס וועט געפראוועט ווערן די געהויבענע מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פאר די נייע ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך כלל חסידי אלכסנדר לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, שטייענדיג פונקט פופציג יאר במלאות היובל צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמונת משה מאלכסנדר זי"ע.


די נייע ספר תורה ווערט געשריבן דורך אלע חסידים אינאיינעם אין שפיץ פונעם רבי'ן, וועלכער האט זעלבסט אפגעקויפט די זכות פון די לעצטע פרשה וזאת הברכה, צו מקיים זיין דעם ישלים פרשיותיו עם הציבור, דער רבי האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו זיין א שותף מיט אלע חסידים אין דעם גרויסן מצוה, און אין די טעג טוען טאקע אלע חסידים אפקויפן די זכותים אינעם מצות כתיבת ספר תורה.


שטייענדיג א יובל יארן פופציג יאר צו די הסתלקות פון הרה"ק בעל אמונת משה מאלכסנדר זי"ע, צו וועם דער רבי איז געווען זייער נאנט אין זיינע יונגע יארן, און גענאסן פון גרויס חביבות, האט דער אלכסנדר רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו צו ווידמען די הייליגע ספר תורה לזכר נשמתו פונעם זיידן דער אמונת משה, וועלכער האט אויפגעשטעלט פון פריש מלכות בית אלכסנדר נאכן קריג. מארגן נאכט ליל כ"ג אדר ביים יארצייט טיש בחצר הקודש אלכסנדר, וועט טאקע פארקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה במעמד קהל רב, ווען דער רבי וועט אריינשרייבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה לזכרו הטהור.









Commenti


bottom of page