זונטאג פ' ויקרא - כ"ו אדר תשפ"ג
קול בחצרות - א וואָלקן פון טרויער האט ארומגענימען תלמידי וחסידי ערלוי הערנדיג די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גברא רבה ויקירא שלשלת היוחסין הגה"צ רבי שמעון סופר זצ"ל אב"ד תורת משה ערלוי צפת בנו יקירו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר בעל 'אמרי סופר' מערלוי זצ"ל.
דער רב איז געבוירן אין ירושלים ח' תשרי תשי"ב און איז גערופן געווארן 'שמעון' נאך זיין גרויסן זיידן הגה"ק רבי שמעון סופר בעל התעוררות תשובה מערלוי זצ''ל הי''ד. אין זיינע יוגענט יארן האט ער געלערנט אין די ערלוי מוסדות און זוכה געווען צו א ריינע חינוך פון זיין גרויסן פאטער דער אמרי סופר.
בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין אשת חיל א טאכטער פון הרב החסיד המפורסם רבי אברהם יוסף ציננער ז"ל, זייענדיג א שוואגער מיט הגה"צ בעל נטעי גבריאל שליט"א. עטליכע יאר נאך זיין חתונה איז ער פארבעטן געווארן דורך זיין פאטער דער ערלויער רב זצ"ל ארויסצוהעלפן מיט די ישיבה און זינט דאן האט ער זיך אוועקגעריסן יומם ולילה למען ביסוס ישיבת 'אהל שמעון ערלוי' אין ירושלים, נעמענדיג אויף זיך די עול הגשמי פון די ישיבה, און געטון יותר מכפי יכלתו אז די זיין גרויסער פאטער זאל קענען מרביץ תורה זיין מיט א רואיגקייט און הרחבת הדעת. צענדליגע יארן האט ער געקלעטערט איבער די גאנצע וועלט צו שאפן ריזיגע סכומים פאר די מוסדות און בזכותו פונעם רב איז צו פארדאנקען די געוואלדיגע בליה און וואוקס פון מוסדות ערלוי בארה"ק.
דער רב איז געשטאנען אונטער אלע גרעסערע פראיעקטן פון בנינים און בתי מדרשים פון מוסדות ערלוי איבער גאנץ ארה"ק, צווישן זיי: דער גרויסער בנין פון מוסדות ערלוי אין די עזרת תורה געגענט אין ירושלים און דער בנין התלמוד תורה אין בני ברק, וואס זענען צו פארדאנקען די השתדלות פונעם רב זצ"ל און אזוי אויך די אנדערע בניני המוסדות אין ביתר, אלעד און אשדוד.
עטליכע יאר נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס רב אין 'שכונת בקעה' ווי ער האט מרביץ תורה געווען לענגערע יארן. מיט בערך דרייסיג יאר צוריק האט דער רב אויפגעשטעלט זיין אייגענע קהלה 'תורת משה' אין עיר הקודש צפת, בברכתו פון זיין גרויסן פאטער דער ערלוי'ער רב זצ"ל, וועלכע איז געווען א תל תלפיות פאר יודן פון איבער די גאנצע וועלט און פאר תושבי צפת בפרט, וואס פלעגן זיך דערווארעמען בצלו הטהור.
מיט זיין פטירה איז אוועקגעריסן געווארן אן 'איש האשכולות' און א זעלטענע דמות וועלכע איז געשטאנען צענדליגע יארן לימין קדשו פון אביו כ"ק מרן אדמו"ר ה'אמרי סופר' מערלוי זצוק"ל און ער פלעגט ארומפארן איבער די וועלט צו שאפן געלט אויפצוהאלטן די מבצרי התורה והיראה דחסידי ערלוי. אזוי אויך איז ער געווען באקאנט מיט זיין 'אהבת ישראל' און ארויסגעוויזן א ליבשאפט פאר יעדן אידיש קינד און מערערע נצרכים און שבורי לב זענען איינגעשטאנען ביי אים אין שטוב און ער האט זיי באדינט ווי א געטרייער טאטע, די חשוב'ע נפטר איז אָנגעגאַנגען מיט זיין געהויבענעם לעבנסשטייגער, און האָט ביז עטליכע חדשים צוריק נאָך געווירבעלט מיט פעולות צדקה וחסד ווי זיין שטייגער אַלע יאָרן.
דער רב האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה ביי אלע גדולי הדור וועלכע האבן אים שטארק מחבב געווען און האבן הנאה געהאט פון זיינע קלוגע געדאנקען און פערל רייד. דער רב איז געווען א 'משמח אלוקים ואנשים' און שטענדיג האט ער געהאט צו זאגן א גוט ווארט אויף אידישע קינדער און האט באוויזן ארויפצוברענגען שמייכלען ביי צובראכענע יודן און באזונדער מיטן פארטיילן שווערע טויזענטע דאלארן פאר צדקה און נויטבאדערפיגע משפחות, אבער איז אלעמאל אנטלפאן פון כבוד און האט נישט געוואלט מען זאל רעדן פון אים אדער מאכן א וועזן פונעם.
אין די לעצטערע יארן איז ער קראנק געווארן ל"ע, אבער טראץ די שווערע יסורים האט ער זיך מוסר נפש געווען ווייטער צו זיצן און לערנען. מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער נאך זוכה געווען צו באשיינען א 'סיום הש"ס' וואס איז געלערנט געווארן דורך זיינס א זוהן לזכותו. אין די לעצטערע טעג האט זיך די מצב גאר שטארק פארערגערט און שבת נאכמיטאג האט ער ליידער אויסגעהויעכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה לגנזי מרומים.
דער רב לאזט איבער נאך זיך זיינע חשובע קינדער: הגאון רבי משה סופר שליט"א ר"מ בישיבת ערלוי ירושלים און הרה"ג ר' יעקב גבריאל שליט"א. זיינע איידימער: הרה"ג רבי יוסף סופר שליט"א אב"ד טעמשוואר ירושלים ורב שכונת 'מעלות דפנה' בן הגה"צ אב"ד טאראנטא שליט"א, הרה"ג רבי ישראל יעקב אונסדורפר שליט"א, בן הגה"צ רבי שלמה זלמן מזלאזיץ רב ביהמ"ד דברי חיים פתח תקווה, הרה"ג רבי יעקב יהושע שטרן שליט"א בן הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב ב"ב, הרה"ג רבי חיים מרדכי רוזנבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מלינסק, הרה"ג רבי ישראל יצחק דנציגר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר קליוולאנד, הרה"ג רבי חיים נחמן ברנשטיין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מליטשיק, הרה"ג רבי זלמן שפירא שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן שפירא גאב"ד פרדס כץ.
יהא זכרו ברוך.
Comments