מאנטאג פ' ויקרא - כ"ז אדר תשפ"ג
קול בחצרות - ווי געמאלדן האט זיך כ''ק האדמו''ר מפינסק קרלין שליט''א ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, מיטוואך נאכמיטאג צומארגנס פונעם הילולא כ''א אדר איז דער רבי אנגעקומען קיין ליזענסק, אין מתפלל געוועהן אינעם כהנים שטיבל סמוך ונראה צום ציון הק' זייענדיג א כהן, די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם בנין הכנסת אורחים אין דערנאך אריבער אויף א באזוך צו כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א אין זיין אכסניא אין ליזענסק, ווי אויך האט זיך די רבי באגעגענט מיט כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א.
דאנערשטיג צופרי האט דער רבי ממשיך געוועהן מיט די נסיעה אריבער די גרעניץ קיין אוקריינא ווי דער רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם הייליגן בית אהרן פון קארלין אין דער שטאט מאלינוב, אין ליל שישי שפעט באנאכט איז דער רבי אנגעקומען קיין לודמיר ווי דער רבי האט געוויילט אויף שבת אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים הארט לעבן מקום מנוחת קדשו פון הרה''ק רבי שלמה קארלינער זי''ע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך חשובע עסקנים נמרצים אין שפיץ פון הרב פנחס שאפער מחשובי חסידי פינסק קארלין וועלכע האָבן מיט לאַנגע יאָרן פון שווערע האָרעוואַניע באַוויזן אויפצובויען דעם בנין הכנסת אורחים.
ערב שבת האט די רבי קובע געוועהן א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג צום בנין אין דערנאך ארויף צום ציון הק' מיט א מנין מצומצם. היינט זינטיג נאכמיטאג האט די רבי פארגעזעצט מיט די רייזע קיין קראקא, ווי דער רבי האט באזוכט אינעם נייעם בנין הכנסת אוחים 'אהל אברהם' וואס געפינט זיך קעגן איבער דעם איר אלטן בית החיים אין קראקא ווי די רבי האט מתפלל געוועהן לישעות הכלל והפרט.
מארגן מאנטיג וועט די רבי ארויספארן קיין פראנקפורט אין פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם ינוקא הרה''ק רבי ישראל מסטאלין זי''ע אין באנאכט זיך צוריק קערן למעון קדשו אין ירושלים.
Comments