top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עמנואל • חסידי באיאן תושבי עמנואל גרייטן זיך צום ערשטמאליגן באזוך פון האד' מבאיאן אין שטאט

מיטוואך פ' ויקרא - כ״ט אדר תשפ"ג



קול בחצרות - א גייסט פון שמחה וחדוה און התרגשות הערשט אינערהאלב די באיאנער קהילה אין דער שטאט עמנואל מיטן אנקום פון די בשורה משמחת אז מען וועט זוכה זיין מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס וועט אנקומען אויף אן ערשטמאליגע באזוך דעם קומענדיגע דאנערשטיג בקרב הקהלה.


מיט צוויי יאָר צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן אהינציען צום נייעם חרדישן שטעטל עמנואל אין ארץ ישראל אַ שיינע צאָל באיאנער אינגעלייט, בברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א, און אין לויף פון די לעצטע צוויי יאהר האבן זיך שוין צענדליגער באיאנער משפחות דאָרט קובע משכנם געווען לשם ולתפארת, זייענדיג די נחשונים פונעם קרית מלך רב די נייע קרית באיאן אין שטאט עמנואל, אין ליכט פון די שווערע דירות קריזיס אין ארץ ישראל.


די קהילה ווערט געפירט דורך הרה"ג ר' מרדכי שלמה פריינד וועלעכע איז מיט עטליכע חדשים נתמנה געווארן דורכן רבין שליט"א לעמוד ולשרת בקודש אלס רב און דיין פון די נייע ווירבלענדע באיאנער קהלה אינעם שטעטל.


אצינד וועט מען האבן די זכיה אז די מייסד הקהילה כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט צום ערשטן מאל אנקומען דעם דאנערשטיג אויף א היסטארישע באזוך לראות את שלום צאן מרעיתו און זען פון דער נאָנט דער בלי און וואוקס פון די נייע באיאנער קהילה אין שטאָט, לשמחת לבם פון חסידי באיאן און די חברי הקהילה תושבי עמנואל.


ביים באזוך אין שטאט וועט די רבי שליט"א מפאר זיין עטליכע מעמדי קודש בקרב הקהילה אין עמנואל, אנגעהויבן מיט די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן ווערן צום נארוואס פארענדיגטער באיאנער קלויז אין עמנואל נדבת לבו פון הנגיד ר' ישראל גוטפריד חבר וועד הנשיאות העולמית פון מרכז מוסדות רוזין באיאן לע"נ אביו הרה"ח ר' שלמה גוטפריד ז"ל.


א גרויסע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן פארנט פונעם באיאנער קלויז אין שטאט, וועלכע וועט ווערן אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן די צענדליגע בני הקהילה, און פילע תושבי העיר, און נאך הונדערטער חסידים אריינגערעכנט די עלטערן פון די חברי הקהילה וואס וועלן קומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם מעמד.


שפעטער אויפדערנאכט וועט פארקומען די מעמד קביעת המזוזות פארן נייעם היכל הקלויז, וואס וועט נאכגעפאלגט מיט די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בית מדרש, אינאיינעם מיטן גרינדונג פון קרית באיאן אין עמנואל וועלכע וועט פארקומען ברוב פאר והדר אינעם גרויסן שאטער אינעם חצר פונעם באיאנער קלויז אין עמנואל.

Comentarios


bottom of page