מיטוואך פ' ויקרא - כ״ט אדר תשפ"ג
בילדער קרעדיט: שאט די דאט. יוסי גאלדבערגער
קול בחצרות - א געהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה איז פארגעקומען דעם זונטאג אין שטאט מאנסי, ווען כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט באשיינט די ערשטע מעמד הכנסת ספר תורה אין די נייע פראכטפולע בית המדרש דחסידי צאנז קלויזענבורג אין מאנסי, וואס איז מיט א קורצע צייט צוריק באנייעט געווארן לשם ולתפארת.
די ספר תורה איז געשריבן געווארן דורך הרב החסיד ר' מאיר מרדכי ווייס הי"ו, א באקאנטער איד אין די מאנסי אומגעגנט, וועלכער איז ליידער זייער נישט געזונט און איז פיזיש באגרעניצט. פארלאפענעם שושן פורים נאכן עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג, האט ר' מאיר מרדכי איינגעלאדענט דעם רבי'ן צו קומען באשיינען די מעמד הכנסת ספר תורה, און דער רבי האט טאקע אנגענומען דעם איינלאדענונג לכבודו פון ר' מאיר מרדכי, וועלכער לעבט א לעבן פון מסירת נפש למען כבוד שמו יתברך.
אין א זעלטענע שריט איז דער צאנז קלויזענבורגע רבי געקומען צום מעמד מלובש בבגדי שבת, א סטראקעס קאפטן, די צאנזע גארטל, ופארו חבוש בראשו מיטן שבת'דיגן שטריימל, דער רבי איז אנגעקומען קיין מאנסי ארום זעקס אזייגער, און צוגעפארן צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע ווארט "ישראל" און געוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן און אלע באטייליגטע.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן ענין פון כתיבת ספר תורה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ לכבודה של תורה. דאן האט מען ארויסבאגלייט די תהלוכת הספר תורה, ווען דער רבי גייט מיט פאר עטליכע מינוט. פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום בית המדרש החדש דחסידי צאנז קלויזענבורג אויף מעין סטריט, און געדאווענט מנחה.
זיבן דרייסיג איז דער רבי ערשינען ביים הויפט טויער פון בית המדרש האלטענדיג די ספר תורה, די הונדערטער חסידים האבן איבערגעפולט די הויכשטאקיגע פארענטשעס און די גאנצע היכל, אויסברעכנדיג אין לעבעדיגע ריקודין לכבודה של תורה, אין באגלייטונג פון א רייע כלי זמר און בעלי מנגנים.
אין א זעלטענע שריט האט דער רבי געטאנצן די הייליגע ריקודין זייער לאנג, העכער א שעה צייט האט דער רבי געטאנצן און מעודד געווען די ריקודין, דער רבי האט געטאנצן פערזענליך מיטן נדבן ר' מאיר מרדכי, און אלע אנדערע קרובי המשפחה. נאכן טאנצן איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן.
א שטיק צייט שפעטער איז דער רבי ערשינען צום סעודה לגומרה של תורה וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע וואלי טערעס זאל אין בנין ישיבה ספרינג וואלי, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, הגה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פילע רבנים און דיינים פון שטאט, און נאך פילע אנשי שם.
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש פאר העכער א שעה צייט, און ארומגערעדט בשבחו פונעם נדבן ר' מאיר מרדכי, וויפיל מסירת נפש עס ליגט אין יעדע מצוה און אין יעדע ריר בכל דבר שבקדושה, דער רבי האט גאר שטארק ארויסגעהויבן די אלע וואס העלפן אים ארויס בחיי יום יום, בפרט די חשובע איינוואוינער אין שיכון סקווירא, וואו ר' מאיר מרדכי וואוינט אין שטוב פון זיינע שוויגער עלטערן. די חשובע סקווירא אינגעלייט וואס געבן זיך אפ מיט אים זייער געטריי, והעומד בראשם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די דברות קודש האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, און שפעטער א ספעציעלע טאנץ מיטן נדבן ר' מאיר מרדכי, עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין בארא פארק, איבערלאזנדיג פילע השפעות פאר די חסידים אין מאנסי, נאכן מיטהאלטן געהויבענע שעות בצילא דמהימנותא.
Comments