מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג
קול בחצרות - מיט פארקלעמטע הערצער און ערשיטערטע געמיטער האבן טויזענטע יודן דעם מוצאי שבת אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלויה פון האברך הקדוש אלתר שלמה לעדערמאן זצ"ל הי"ד וועלכע איז טראגיש אומגעקומען ביי די שוידערליכע טעראר אטאקע דעם פרייטאג אין רמות. די לויה איז ארויס פארנט פון ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים, ווי דער נפטר האט זיך געציילט פון די חשובע חברי הקהלה.
נאך אמירת תהילים האט מען אויסגעהערט די דברי הספד פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פארלאפענעם פרייטאג אין אמעריקא, ווי דער רבי וויילט אין די יעצטיגע טעג לטובת מוסדותיו. דערנאך האט מען געהערט די הארצרייסענדע דברי הספד פון הרה"צ ר' אשר ראזענפעלד שליט"א א זון פונעם פינסק קארלינער רבי זצ"ל. דערנאך האט מען געהערט דברי קינה ונהי פון הרה"ג ר' צבי כ"ץ שליט"א ראש ישיבת טל תורה ווי דער נפטר האט געלערנט אין ישיבה ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט דעם 'ירד לגנו ללקוט שושנים', ווי דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן דער בעסטער בחור פון ישיבה וועלכע האט זוכה געווען בחייו מקדש צו זיין שם שמים ברבים דורך זיינע ווארימע תפלות און געוואלדיגע התמדת התורה, און יעצט האט ער זוכה געווען צו מקדש זיין שם שמים ברבים
אן אויג איז נישט געבליבן טרוקן ביים הספד פונעם משפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וועלכע האט פאר העכער א האלבע שעה אויפגעשטורעמט דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים. מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט מספיד געווען זיין פאטער יבדלחט"א הרב חיים לעדערמאן שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די מעלות פון זיין חשובע זון וועלכע איז געווען א ריכטיגע ממית עצמו באהלה של תורה און יעצט איז ער אזוי ביטערלעך פארשניטן געווארן בדמי ימיו. ר' חיים האט זיך צעשריגן מיט א פעסטע אמונה: אונז ווייסן נישט די חשבונות – גזירה היא מלפני און מיר פרעגן נישט קיין קשיות.
נאך די הספדים איז די מיטה געפירט געווארן צום הר המנוחות ווי דער נפטר איז געקומען לקבורה, למגינת לב פון זיין חשובע משפחה און גאנץ כלל ישראל וועלכע באוויינען די טראגעדיע מיט אן אומגעהויערע טרויער. ועליה השלם כל הקרבנות כולם.
Comments