top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עריכת השולחן אין סלונים



אין די צייט וואס סיי אין ארץ ישראל און סיי אין ניו יורק האט מען אנגעהויבן נאכצולאזן פון די ביז יעצטיגע שטרענגע מאסנאמען, ווען מער און מער בתי מדרשים און ישיבות עפענען צוריק אויף די טויערן און נאך און נאך אדמורי"ם הייבן אן צוריק אויפצונעמען קבלת קהל, ווערט געמאלדן איבער ערנסטע פלענער אין קהלת סאטמאר מהר"א אויפצועפענען די בתי מדרשים איבער גרעיטער ניו יורק אנגעהויבן פון די וואך שבת, פארשטייט זיך אין איינקלאנג צו די שטאטישע רעגולאציעס. אויך פון קהלת באבוב אין בארא פארק ווערט געמאלדן איבער ערנסטע פלענער פון עפענען די מקוה אנגעהויבן פון די וואך שבת. פון קהלת סלונים אין ירושלים ווערט געמאלדן אז אנגעהויבן פון די וואך שבת וועט דער רבי שליט"א צוריק אנהייבן פירן טיש, נאך לאנגע וואכן וואס עס איז נישט פארגעקומען אן 'עריכת השולחן' וואס איז פון די שטערקסטע זאכן אין סלונים און דער רבי שליט"א האט נאכנישט פארפאסט א טיש זינט ער האט איבערגענומען דאס כתר האדמורו"ת. לויטן פלאן וועט דער רבי פירן דעם טיש אינדרויסן אויף א ליידיגע שטח און ס'וועלן זיך בלויז באטייליגן חסידים וואס האבן זיך איינגעשריבן פון פאראויס. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ווי שוין באריכטעט וועלן חסידי סקווירא האבן די זכיה זיך צו וואונטשן 'גוט שבת' ביים רבי'ן אנגעהויבן פון די וואך און ווייטער לויט א פונקטליכע סדר.

צווישן די אדמורי"ם וועלכע האבן אנגעהויבן צוריק אויפצונעמען דעם ציבור איז אויך כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א וועלכע איז נעכטן מיטוואך ערשינען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול און דער ציבור איז געשטאנען אפגערוקט. דער רבי האט אויפגענומען צוואנציג יודן יעדע האלבע שעה צעטיילט לויט די עלטער און אזוי וועט דער רבי אויפנעמען די חסידים דורכאויס די קומענדיגע תקופה עד יעבור זעם.





Comments


bottom of page